אונז שטעלן צו…
א געזעלשאפט, געלט פאר נויטפעלער, אויספלוגן, שטיצע-גרופעס פאר עלטערן, הילף מיט
עדיוקעישן, פינאנציעלע, לעגאלע און mental health שטיצע… און מער!
ווער אונז זענען: טרעפן א געמיינדע אין גֶשֶׁר
אונז העלפן די וואס האבן גענומען די החלטה צו פארלאזן די חרדישע קהילה אין ענגלאנד (אדער אין
אייראפע) צו ווערן א טייל פון דער ברייטער וועלט. מיר זענען א ווארעמע קהילה פון פארשטאנדיגע
מענטשן און אונז שטעלן צו סימפאטישע, קאנפידענציאלע שטיצע. אין גֶשֶׁר וועט איר געפינען
פרייהייט, אויסוואל און געזעלשאפט.
ווער אונז זענען
וואס טוט גֶשֶׁר?
גֶשֶׁר שטעלט צו שטיצע און הילף פאר די וואס האבן גענומען די החלטה צו מאכן דעם שווערן
איבערגאנג פון א חרדי'שן קהילה צו דער ברייטערער וועלט. אונז אנערקענען אז זיך אריבערציען צו
דער סעקולאַרער געזעלשאפט איז ענליך ווי זיין א "פרישער אימיגראנט".
מען קען זיין גאר צעמישט און עלנד, ספעציעל אז מען האט אפשר נישט די פראקטישע ידיעות,
עדיוקעישן, און כלים וואס מען דארף כדי זיך צו באגיין אומאפהעניג אין א גאנץ נייער סביבה.
מיר זענען דא צו העלפן. מיר קענען אייך צושטעלן א נייע קהילה, ווי אויך אייך העלפן מיט לעגאלע
עדווייס, עדיוקעישן, בענעפיטס שטיצע, און פיל מער.
אונז זענען באזירט אין צפון-לאנדאן, און אונז האבן אויך אן אפטיילונג אין מאנטשעסטער. אונזערע
מיטגלידער קומען פון פארשידענע פלעצער אין ענגלאנד, ווי אויך פון אנדערע אייראפעאישע לענדער.
FREEDOM – CHOICE – COMMUNITY
GesherEU supports people in the UK who have either left a Charedi community, or are considering doing so, to integrate into the wider world.
@GesherEU 2025 | Registered UK Charity No 1157062 | Sitemap | Built by Twenty-Two